וואשינגטאן – די פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטראציע האט פארארדענט עטליכע לופטליניעס צו באזייטיגן א געוויסן סארט זיץ פון זייערע פליגערס, נאכדעם וואס פראבעס האבן געוויזן אז די זיצן זענען נישט גענוג שטארק אויסצוהאלטן קראך-לאנדונגען, און קענען שעדיגן די וואס זיצן דערינען. דער באפעל דעקט 10,482 זיצן, ערצייגט געווארן דורך דער "זאודיאק" זיצן פירמע, וואס זענען אין מערסטנטייל אינסטאלירט געווארן אין קלענערע ראיאנאלע פליגערס, וואס די לופטליניעס האבן 5 יאר צייט צו באזייטיגן די זיצן. די רעגירונג באאמטע האבן געזאגט אז אירע פראבעס האבן געוויזן אז די זיצן קענען זיך גליטשן פאראויס ביי קראכן, און דאס קען ברענגען אז פאסאזשירן זאלן זיך צוהאקן דעם קאפ דורך דעם זיץ פאר זיי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל