אלבאני - א ברוקלינער געזעצגעבער האט פארגעשלאגן א געזעץ וואס וועט מאכן לעגאל צו נוצן עלעקטרישע ביציקלעך, וואס איז פון לאנג צוריק געווען פארבאטן צוליב דעם וואס די שטאטישע גאסן זענען אנגעפילט מיט פיסגייער.

אסעמבלימאן ניק פערי זאגט אז די ביציקלעך - וועלכע קענען פארן מיט א שנעלקייט פון 20 מייל פער שטונדן - זאל ערלויבט ווערן אויף די שטאטישע גאסן אויב זייערע פארער וועלן אויספאלגן די זעלבע געזעצן ווי די נישט-מאטאריזירטע ביציקלעך.

אונטער דעם פארשלאג, וועט מען נישט דארפן קיין לייסענס צו פירן די סארט ביציקלעך, אבער דערווייל איז אומקלאר אויב דאס האט די שטיצע פון מעיאר ביל דיבלאזיא, אדער אויב עס וועט באשטעטיגט ווערן אפילו אן זיין שטיצע.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל