ניו יארק – א ניו יארק סיטי פייער העלד איז געשטארבן נאך א לאנג-יאריגן קאמף מיט דער ביטערער מחלה ל"ע אין עלטער פון 59 יאר. רעי פייפער האט פארברענגט אכט מאנאטן ביי גראונד זערא נאך די 9/11 טעראר אטאקעס און שפעטער האט ער א סאך גע'שתדל'ט פאר די רעכטן פון ערשטע רעאגירער ביי גראונד זערא. ער איז דיאגנאזירט געווארן מיט דער מחלה אין 07', פארלירנדיג שפעטער א ניר און פיס ל"ע, וואס איז אלעס צוגעשריבן געווארן צו די שעדליכע לופט וואס ער האט אריינגעאטעמט ביי גראונד זערא, און ווען ער האט רעטייערט אין יאר 14', האט ער אבער ווייטער געקעמפט פאר די ספעציעלע פעדעראלע קאמפענסאציע געלטער פאר די גראונד זערא העלדן, וואס איז טאקע עווענטועל באשטעטיגט געווארן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל