מישיגען – די גרעיקא טשילדרענס פראדוקטס פירמע האט געמאלדן, אז זי רופט צוריק איבער 25,000 קאר סיטס ווייל די סחורה'נע "הערנעס וועבינג" קען זיך איבעררייסן ביי אן עקסידענט און וועט מעגליך נישט שיצן דאס קינד וואס זיצט דערינען אריינגעבונדן. דער צוריקרוף נעמט אריין געוויסע מיי-רייד 65 קאנווערטיבל סיטעס, ערצייגט געווארן אין יולי 22 14', און האבן א קאוד פון 2014/06 אויף דער וועבינג. די שוואכקייטן אין דער וועבינג סחורה זענען אנטדעקט געווארן ביי פראבעס פונעם נאציאנאלן הייוועי טראפיק זיכערהייט אדמיניסטראציע. די גרעיקא פירמע האט געזאגט אז עס איז געווען בלויז א געוויסער בעטש פון דער וועבינג סחורה וואס איז נישט געהעריג ערצייגט געווארן. די פירמע זאגט אז זי וועט צושטעלן אן ערזאץ וועבינג פאר די קונדן, פריי אן אפצאל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל