וואשינגטאן – א לענגערע "אסאשיעטעד פרעס" באריכט וואס איז נעכטן פובליצירט געווארן, דעקט אויף אז עס עקזיסטירט אן ערנסטער פראבלעם פון דראג פארברעכנס אינערהאלב די פעדעראלע "וועטעראנען אפעירס" דעפארטמענט, וועלכע גיט זיך אפ מיט אמעריקע'ס מיליטערישע וועטעראנען. דער באריכט גיט צו דערקלערן, אז וויבאלד דער דעפארטמענט האנדלט מיט זעלנער וועלכע האבן געליטן ערנסטע פיזישע וואונדן און גייסטישע טראמא, זענען דא אין די וועטעראנען אפעירס אפיסעס גרויסע קוואנטומען פון גאר שטארקע מעדיצינען, און דעריבער באגייען פילע איינגעשטעלטע פארברעכנס מיט די מעדיצינען, אדער דערמיט וואס זיי נעמען עס פאר זיך אלס א דראג, אדער וואס זיי פארקויפן עס פאר גרויסע געלטער אויפ'ן שווארצן מארקעט. בלויז אינעם לעצטן האלבן יאר זענען געעפנט געווארן פרישע 36 דראג אויספארשונגען אויף וועטעראנען אפעירס איינגעשטעלטע, און דער סך הכל אנגייענדיגע אויספארשונגען זענען נאענט צו 110.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל