.
פארטלאנד – נעכטן האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעשיקט א שארפן מעסעדזש, אין וועלכע ער האט פארדאמט דאס וואס ס'האט פאסירט א שרעקליכע האס אטאקע אויף א באן אין פארטלאנד, ארעגאן, וואס האט געברענגט צוויי קרבנות. ווי מיר האבן שוין באריכטעט, האט די אטאקע פאסירט ווען א ווייסער ראסיסט האט ווערטערליך און פיזיש אטאקירט עטליכע מוסולמענער פאסאזשירן אויף א לאקאלער באן, און ווען צוויי מענער זענען ארויפגעקומען אויפ'ן וואגאן, און געזען דעם פארשוין אטאקירן די מוסולמענער, זענען זיי צוגעגאנגען צו יענעם און אים געוואלט אפשטעלן, אבער דאן האט דער פארשוין ארויסגענומען א מעסער און געשטאכן די צוויי צום טויט. טראמפ, וועלכער איז קריטיקירט געווארן פאר'ן ווארטן גאנצע דריי טעג בעפאר'ן ארויסקומען צו רעדן בכלל איבער דער אטאקע, האט נעכטן געשריבן אז די אומגעקומענע זענען העלדן וועלכע האבן געוואלט אפשטעלן האס און העצע, און אז דער אינצידענט איז אומאקצעפטירבאר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל