וואשינגטאן – אין דער צייט וואס טראמפ'ס איידעם דזשעראד קושנער ווערט געפלאגט איבער זיינע קאמיוניקאציעס מיט די רוסן, האט מען נעכטן געהערט פון אן איינפלוסרייכן רעפובליקאנער סענאטאר, טשאק גרעסלי, וועלכער זאגט אז ער וויל אויך אויספארשן דאס וואס קושנער'ס ריעל עסטעיט ביזנעסער האבן געזוכט צו קריגן פרישע אינוועסטמענטס פון כינעזער ביליאנערן. גרעסלי, וועלכער שטייט אין שפיץ פונעם סענאט יורידישע קאמיטע, באציט זיך איבער דעם וואס מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען באריכטעט אז די קושנער פאמיליע האט גענוצט דזשעראד'ס נאמען און פאזיציע אין ווייסן הויז, אויף אויפצוטרייבן געלטער ביי אינוועסטירער אין כינע, פארשפרעכנדיג פאר די אינוועסטירער צו קענען גרינג און שנעל באקומען די ספעציעלע "אי-בי-5" וויזעס, וואס מען באקומט אויב מען אינוועסטירט אין אמעריקע א האלבן מיליאן דאלער. גרעסלי וויל זען פונקטליך וואספארא פארשפרעכונגען די קושנער פארשטייער האבן געמאכט פאר די כינעזער ביזנעסלייט, און צי עס איז געווען סיי וועלכע אומלעגאלע פארשפרעכונג אדער האנדלערייען אונטער'ן טיש.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל