וואשינגטאן – א פרישער "ניו יארק טיימס" באריכט נעכטן נאכט דעקט אויף נייע דעטאלן ארום די זיצונגען וואס דזשעראד קושנער, טראמפ'ס איידעם און ראטגעבער, האט אפגעהאלטן מיט רוסישע פיגורן. מען האט שוין געוואוסט פון בערך א וואך צוריק אז קושנער האט זיך געטראפן מיט'ן רוסישן אמבאסאדאר סערגעי קיזליאק אין דעצעמבער און עטליכע טעג דערויף זיך געטראפן מיט'ן רוסישן באנקיר סערגעי גארקאוו, אבער מען האט נישט געוואוסט צי די זיצונג מיט גארקאוו האט געהאט עפעס א שייכות מיט קושנער'ס זיצונג מיט קיזליאק. יעצט דעקט דער ניו יארק טיימס אויף אז קושנער איז געזעסן מיט קיזליאק, וועלנדיג שאפן א דירעקטע קאמיוניקאציע ליניע צווישן זיך און פוטין, און די זיצונג מיט גארקאוו איז געווען מיט דער האפענונג אז גארקאוו וועט קענען העלפן קושנער צו שאפן די דירעקטע קאמיוניקאציע. באזונדער באריכטעט דער טיימס, אז טראמפ האט אין ערשטן וואך אין ווייסן הויז באטראכט די מעגליכקייט אונטערצושרייבן אן עקזעקוטיוו ארדער וועלכע וואלט עלימינירט אלע סאנקציעס קעגן רוסלאנד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל