נארט דעקאטע – א זעלטענע צערעמאניע איז פארגעקומען אינעם שטעטל עשלי, נארט דעקאטע, וואו די אויטאריטעטן האבן באנייעט און באעהרט א קליינעם אידישן בית החיים וועלכע עקזיסטירט שוין דארטן נאענט צו הונדערט יאר. די אידישע "קהל בית יצחק" האט עקזיסטירט אין עשלי אין די פריע 900'ער יארן, זיך האבנדיג דארטן באזעצט אלס טייל פון דער דעמאלטדיגער באוועגונג פון "האומסטעדערס", וואס האט באדייטעט אז די פעדעראלע רעגירונג האט אין יענע יארן פארטיילט פאר אומזיסט ריזיגע פראפערטיס פון מיילן אויף מיילן, פאר מענטשן וועלכע האבן באוויליגט צו באזעצן די שטחים און זיי אויפארבעטן מיט פעלדער, פארמס און אנדערע האנדל-וואנדל. רוב פון די ארטיגע אידן זענען ליידער אויסגעשטארבן ביים פלו עפידעמיע אין די יארן פון 918' און 919', און די געמיינדע האט פארמאגט א קליינע בית החיים וואו זיי האבן באהאלטן 22 נפטרים. אט דער בית החיים איז יעצט רענאווירט געווארן און מ'האט אוועקגעשטעלט דארטן גרויסע טאוולען וואס דערציילן די היסטאריע פון די ארטיגע אידן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל