באלטימאר – אידישע אקטיוויסטן אין באלטימאר האבן אויסגעלויבט און זיך באדאנקט פאר דער פירערשאפט פון דער "אוניווערסיטעט אוו מערילאנד" נאכדעם וואס זיי האבן ארויסגעצייגט סענסיטיוויטעט און פארשטאנד מיט א גרופע אידן וועלכע האבן גראדואירט אין די לעצטע וואכן פון פארשידענע קלאסן אין דער שולע. די מערילאנד אוניווערסיטעט האט געהאט געסקעדזשועלט איר גראדואירונג צערעמאניע אויף מאי 20, וועלכע איז אויסגעפאלן פונקט אום שבת פרשת בה"ב, און עס זענען געווען 22 באלטימארער אידן וועלכע זענען געווען איינגעשריבן אין דער שולע, זיך צוצולערנען פארשידענע פאכן, און איבריג ארויסצוברענגען אז די אידן האבן נישט געקענט אנטיילנעמען ביי דער גראדואירונג צערעמאניע צוליב שבת קודש. די מערילאנד אוניווערסיטעט פירערשאפט האט מסכים געווען אפצוהאלטן א ספעציעלע גראדואירונג צערעמאניע נאר פאר די 22 אידן, אום זונטאג במדבר, אקאמאדירנדיג די געברויכן פון די אידן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל