קאירא – דער רוסישער אויסערן מיניסטער, סערגעי לעווראוו, זאגט אז דערווייל זעט נישט אויס ווי מ'איז גרייט צוריק צו באנייען די קאמערציאלע פלי רייזעס צווישן עגיפטן און רוסלאנד. לעווראוו'ס קאמענטארן איז געקומען בשעת ער האט באזוכט אין קאירא, וואו ער האט געזאגט אז די רוסישע רעגירונג האט נישט קיין שום ספעציפישע פארלאנגען, נאר וויל אז די עגיפטישע רעגירונג זאל פארשפרעכן אז זי וועט פארבעסערן די זיכערהייט מאסנאמען אין אירע לופטפעלדער און פארזיכערן אז טעראריסטן קענען זיך נישט ארויפכאפן מיט באמבעס אויף פליגערס. עגיפטן און רוסלאנד האבן געהאט שטענדיג געהעריגע דירעקטע פלי רייזעס צווישן זיך, אבער דאס איז סוספענדירט געווארן אין נאוועמבער יאר 15', נאכדעם וואס א רוסישער פליגער פול מיט פאסאזשירן האט אויפגעריסן העכער'ן סיני ראיאן, וואס ביז היינט איז די טעאריע אז א באמבע איז ארויפגעשמוגלט געווארן דערויף אין עגיפטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל