קאראקאס – צוויי הויכראנגיקע פיגורן אינערהאלב דער פאפולערער אפאזיציע אין ווענעזועלע זענען פארוואונדעט געווארן, בשעת זיי האבן אנטיילגענומען ביי א מאסיוון פראטעסט נעכטן אינעם הויפטשטאט קאראקאס. די אפאזיציע האט זיך גאר שטארק ארגאניזירט אין די לעצטע צוויי מאנאטן קעגן דעם ווענעזועלער פרעזידענט, ניקאָלעס מאָדורע, צוליב וואס דאס לאנד פלאגט זיך מיט א צעפאלענער עקאנאמיע און ממש א מאסן הונגער, און דאס פאלק פארלאנגט באלדיגע פרישע וואלן, וואס מאדורע וויל נישט צושטעלן. 59 זענען שוין אומגעקומען אין די לעצטע צוויי מאנאטן אין לויף פון די פראטעסטן, און נעכטן זענען באוואפנטע פאליציי אפיצירן איבערגעפאלן דעם אפאזיציע פירער, הענריקע קאפרילעס, וועלכער איז שוין עטליכע מאל געלאפן פאר פרעזידענט אין ווענעזועלע. ווי קאפרילעס האט שפעטער דערציילט, האט אויסגעזען ווי די אפיצירן האבן געצילט אים און דער לעגיסלאטור מיטגליד האוזעי אליווארעס, און זיי צעשלאגן און לייכט פארוואונדעט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל