פאריז – דער ניי-ערוויילטער פראנצויזישער פרעזידענט, עממאַנועל מאַקראָן, האט געגעבן א ספעציעלע אויפנאמע פאר'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין אין פאריז, אבער ער האט קלארגעשטעלט פאר פוטין אין לויף פונעם באזוך, אז פראנקרייך האט נישט דאס מינדעסטע מורא און קיין ברעקל רעספעקט פאר רוסלאנד. מאַקראָן'ס אויפפירונג צו פוטין האט געברענגט פאזיטיווע רעאקציעס לענגאויס דער מערב וועלט, ווען ער האט זיך געוואגט צו קריטיקירן פוטין און די רוסישע פראפעגאנדע מאשין פארנט פון פוטין, בשעת די צוויי האבן אפגעהאלטן א געמיינזאמען פרעסע קאנפערענץ. מאַקראָן האט געזאגט אז די צוויי רוסישע נייעס אגענטורן "ספוטניק ניוז" און "אר-טי", זענען פשוט'ע פארשפרייטער פון פאלשע נייעס, און ער האט אראפגעריסן דאס וואס רוסלאנד שטייט צו דער זייט פון באשאר אסאד אין סיריע. מאַקראָן האט אויך געזאגט אז פראנקרייך וועט האלטן א נאענט אויג, צי רוסלאנד פארלעצט נישט די מענטשן-רעכטן פון דער רוסישער טעריטאריע טשעטשניע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל