אויסטראליע – דער אמעריקאנער רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן מעקעין האט נעכטן "געמאכט די העדליינס", ווען ער האט געזאגט אין אן אינטערוויו מיט אן אויסטראליער צייטונג, אז ער האלט אז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין איז דער ערגסטער געפאר פאר אמעריקע און פאר דער מערב וועלט, נאך פיל ערגער ווי די אייסיס טעראר גרופע.

מעקעין'ס ווערטער איז געקומען בשעת אן אפשטעל אין אויסטראליע, זייענדיג אויפ'ן וועג צו א מיליטערישן קאנפערענץ אין סינגאפור. מעקעין זאגט אז דער פאקט אז פוטין און רוסלאנד האבן פרובירט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן, און די פרעזידענט וואלן אין פראנקרייך און אין אנדערע לענדער, שטעלט א פונדאמענטאלער געפאר צו דער פרייהייט פון דער מערב וועלט.

מעקעין האט געזאגט אז ער האפט אז ווי נאר דער סענאט וועט זיך צוריקקערן פונעם יעצטיגן חאגע אורלויב, וועט מען זיך גלייך נעמען צו דער טעמע פון רוסלאנד און באשטעטיגן פרישע שווערע סאנקציעס קאלעקטיוו אויף דער רוסישער רעגירונג, און ספעציפיש קעגן וולאדימיר פוטין, וואס דאס וועט זיין אויסער די עקזיסטירנדע סאנקציעס אויף רוסלאנד איבער זייער אינוואדירן און אנעקסירן דעם קרים האלב-אינזל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל