דער קאָמיוניקאַציע דירעקטאָר פון ווייסן הויז מייק דובקע האָט היינט פאַרעפנטליכט אַז ער רעזיגנירט פון אַמט. דער קאָמיוניקאַציע דירעקטאָר איז פאַראַנטוואָרטליך אויף די פאַרבינדונג און באַציאונגען צווישן די אַדמינסטראַציע און די פּרעסע, און עס איז שוין באַקאַנט געוואָרן מיט עטליכע וואָכן צוריק אַז דער פּרעזידענט איז נישט צופרידן פון די ארבייט פון זיין שטאַב ווען עס קומט צו רעאַגירן צו די פאַרשידענע סקאַנדאַלן וואָס די פּרעסע ברענגט אַרויף. דער דירעקטאָר האָט געזאָגט אַז ער האָט שוין איינגעמאָלדן זיין רעזיגנאַציע פאַרן פּרעזידענט מיט צוויי וואָכן צוריק, אָבער האָט געוואַרט ביז דער פּרעזידענט קומט צוריק פון אויסלאַנד עס צו פאַרעפנטליכן.

עס איז ערוואַרטעט אַז דאָס איז בלויז די אָנהייב פון אַ ברייטערע אויפשאָקלונג אין די ווייסע הויז שטאַב, און דער פּרעזידענט זוכט צו מאַכן גרויסע טוישן אין די צוזאַמענשטעל פון זיין שטאַב. דער פּרעסע סעקרעטאַר שאַן ספּייסער איז ערוואַרטעט צו שפּילן אַ קלענערע ראָלע, און אַזוי אויך איז דער פּרעזידענט אין געשפרעכן מיט פאַרשידענע קאַמפּיין געהילפן וועלכע ער וויל אויפנעמען אין זיין אַדמיניסטראַציע.

צווישן די וועלכע ווערן באַטראַכט איז דער געוועזענער קאַמפּיין מענעדשער קארי לעוואַנדאַווסקי, אַ געטרייער פריינד פון טראָמפּ, וועלכע האָט זיך אָפּגעזאָגט נאָכדעם וואָס ער איז זיך נישט דורכגעקומען מיט דשערעד קושנער. די פאַקט אַז ער ווערט ווידער באַטראַכט פאַר אַ פּאָזיציע קען אָנדייטן אַז קושנער איז מער נישט דאַמינאַנט אין די ווייסן הויז.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל