גאַסט עדיטאָריעל

די "דעילי מעיל" קעפל לייענט זיך:

איוואַנקאַ און דזשאַרעד שׁפּענדען די נאַכט אין רוים: פּאָרפאלק גליטשט זיך אַוועק פאַר אַ שטילע אָווענט פון פּיצאַ, מאַקאַראָנען און רויטע וויין אין איינע פון די שטאָט'ס בּעסטע רעסטעראַנען



איוואַנקאַ טראָמפּ און איר מאַן דזשאַרעד קושנער האָבן זיך געזעצט עסן ביי "דע סאַבאַטינאָ לאַ קאַווע די עס. איגנאַזיאָ" אין רוים פאָריגע דינסטאג. זיי האָבן זיך באַשטעלט "מאַרגעריטקע" פּיצאַ (געווענליך מילעכיג), סקאַמפּי שרימפּ (טריפה פלייש), "קעז און פעפער" מאַקאַראָנען (מילעכיג) און "ברוסטשעטטאַ" ברויט.

די פּאָרל האָט געטרונקען "בּאַראָלאָ" וויין (יין סתם) און מיטוואך זענען זיי געפאָרן מיט פּרעזידענט טראָמפּ קיין וואַטיקאַן סיטי זיך צו טרעפן מיט די קריסטליכע פּויפּסט.

אידען שומרי תורה בעטן פון די אזוי-גערופענע מאַדערן-אָרטאָדאָקס וואָס היטן אָפּ נאָר וואָס עס דינט זייערע אינטערעסע: ביטע רופט זיך רעפאָרם און זייט נישט מחלל שם שמים בפרהסיא!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל