די עם-טי-עי האָט היינט אַרויסגעלייגט אַ דעטאַלירטע פלאַן איבער מאַסיווע פאַרבעסערונגען וואָס זי פּלאַנט צו איינפירן אויף די סאָבוועי סיסטעם, אַריינגערעכנט רייניגן די סטאַנציעס און איבערפאַרבן. אַזוי אויך איבערלייגן הונדערטער נייע שינעס אַנשטאָט די אַלטע וועלכע מאַכן גערודער, אַזוי אויך וועט די אַגענטור אין די קומענדיגע יאָר איינקויפן 300 נייע וואַגאָנען צו טוישן אַנשטאָט די פאַרעלטערטע וואַגאָנען וועלכע וועלן אַרויסגיין פון באַנוץ.

די פלענער זענען געמאָלדן געוואָרן דורך דעם אַמטירנדער דירעקטאָר ראני האקים. ער האָט געזאָגט אַז טייל פון די פּלאַן איז אויך אַ מאַסיווע רעפאָרם אין די פירערשאַפט פון די עם-טי-עי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל