.
וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט זארג אויסדרוקן פון קוועלער אינערהאלב עטליכע אמעריקאנער אליאירטע לענדער, נאכדעם ווי ס'איז פעסטגעשטעלט געווארן אז פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן האקעלע שפיאנאזש סודות פאר די צוויי רוסישע הויכראנגיקע באאמטע וועלכע האבן באזוכט פאריגע וואך אינעם אוועל אפיס, טראץ וואס טראמפ איז נישט געווען הונדערט פראצענט אויטאריזירט דאס צו טאן. אין דער זעלבער צייט האבן געוויסע דעמאקראטן אנגעהויבן פארפירן, אז דער פרישער אינצידענט איז קלאר פארראט און מ'קען אימפיטשן טראמפ.

דער אינצידענט האט פאסירט פאריגן מיטוואך, ווען טראמפ האט אויפגענומען אינעם אוועל אפיס דעם רוסישן אמבאסאדאר, סערגעי קיזליאק, און דעם רוסישן אויסערן מיניסטער, סערגעי לעווראוו, און ער האט זיי דארטן דערציילט גאר האקעלע שפיאנאזש אינפארמאציע, וואס אמעריקע האט געהאט פריש אריינבאקומען איבער א נייעם געפאר פון באמבעס אויף לעפטאפס וואס אייסיס האלט אינמיטן אנטוויקלען. די שפיאנאזש איז געווען אזוי האקל, אז אמעריקע האט עס נאך ניטאמאל געהאט מיטגעטיילט מיט די אנדערע אליאירטע.

ווען די אויפדעקונג איז אפירגעקומען מאנטאג נאכט, ווי מיר האבן נעכטן באריכטעט, האט דאס ווייסע הויז פולקאם געלייקנט די גאנצע נייעס, זאגנדיג אז דער באריכט איז הונדערט פראצענט פאלש. למעשה איז טראמפ אליינס נעכטן ארויסגעקומען און באשטעטיגט אז ער האט מיטגעטיילט קלאסיפייד אינפארמאציע מיט די רוסישע באאמטע, און ער האט זיך פארטיידיגט אז אלס פרעזידענט איז ער הונדערט פראצענט אויטאריזירט דאס צו טאן, און זיין ציל איז געווען אריינצוברענגען די רוסן נענטער אינעם גלאבאלן קאמף קעגן אייסיס.

נעכטן האט מען אויך געהערט אז מדינת ישראל איז געווען די וועלכע האבן איבערגעגעבן די האקעלע שפיאנאזש אינפארמאציע פאר אמעריקע, און טראמפ'ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער עיטש-אר מעקמעסטער האט אין א סטעיטמענט נעכטן געזאגט, אז בשעת טראמפ האט איבערגעגעבן די אינפארמאציע פאר די רוסן, האט ער אפילו נישט געוואוסט פונקטליך פון וועלכע לאנד אמעריקע האט באקומען די אינפארמאציע. אלענפאלס, הערט מען פון פילע קאנגרעסלייט גרויס אויפברויז, און דער סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעיא איז געווען געסקעדזשועלט צו רעדן צו די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע איבער'ן פרישן סקאנדאל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל