קיעוו – די רעגירונג אין אוקראַינע איז ארויסגעקומען מיט א שארפער באשולדיגונג קעגן רוסלאנד, זאגנדיג אז די רוסישע שפיאנאזש אגענטורן האבן דורכגעפירט א סעריע סייבער אטאקעס אויף וויכטיגע רעגירונג און פרעזידענטליכע וועבזייטלעך אין אוקראַינע.

לויט ווי די אוקראַינישע רעגירונג זאגט, פארדעכטיגן זיי אז די סייבער אטאקעס קומט אלס נקמה פון רוסלאנד אויף דעם וואס אוקראַינע האט מיט א קורצער צייט צוריק געמאלדן שווערע סאנקציעס אויף עטליכע רוסישע אינטערנעט פירמעס וועלכע פארמאגן גרויסע געשעפטן און אפיסעס לענגאויס אוקראַינע.

א קרעמלין ווארטזאגער האט קאטעגאריש אפגעלייקענט די באשולדיגונג, און רוסישע פראפאגאנדע וועבזייטלעך האבן באצייכנט די סייבער אטאקעס אויף די אוקראַינער רעגירונג וועבסייטס אלס בלויז א פארזעצונג פון די סייבער אטאקעס לענגאויס דער וועלט אין די לעצטע פּאר טעג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל