.
טעהראן – די וואך פרייטאג וועלן איראנער בירגער ארויסקומען אפגעבן זייערע שטימען פאר ווער עס זאל דינען אלס דער קומענדיגער פרעזידענט אין לאנד, וואס דאס וועט דעצידירן צי איראן וועט אנהאלטן איר דערנענטערונג מיט דער מערב וועלט, אדער זי וועט זיך צוריק איינקורטשען אין איר ווינקל פון ראדיקאלן איסלאם.

ווי שוין באריכטעט עטליכע מאל, לויפט דער מעסיגער אמטירנדער פרעזידענט, כאַסאַן רוכאַני, קעגן א פעלד פון עטליכע ראדיקאלע עקסטרעמיסטן, וועלכע האבן די שטיצע פונעם איאטאלא כומעיני, און נעכטן האט מען געהערט אז דער רעפארמיסטישער קאנדידאט, עשאַק דזשאַהאַנגירי (Eshaq Jahangiri), וועלכער איז געלאפן קעגן רוכאַני, האט זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט און בעט זיינע שטיצער צו שטימען פאר רוכאני, זעענדיג אז דער הויפט ראדיקאלער קאנדידאט איבראַהים ראַיסי (Ebrahim Raisi) קריגט אלס מער און מער שטיצע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל