דענמארק – א געריכט אין דענמארק האט געפונען שולדיג א זיבעצן יעריגן יונג אויף קלאגעס אז ער האט פרובירט צו באמבארדירן צוויי סקולס, אריינגערעכנט א אידישע, מיט באמבעס וואס ער האט געפלאנט צו פאבריצירן אינדערהיים.

לויט באריכטן אין לאקאלע קאפענהאגען מידיא, האט דער יונג זיך געטויפט צו איסלאם מיט אפאר יאר צוריק און ער איז אינספירירט געווארן דורכצופירן אן אטאקע קעגן אידן נאכ'ן זען אין די נייעס איבער דער קאפענהאגען טעראר אטאקע אין יאר 15', אויף א לאקאלן שוהל, וואו דער טעראריסט האט אומגעברענגט דעם אידישן וואלונטיר וועכטער דן אוזאן הי"ד. דער אנגעקלאגטער און שולדיג-געפונענער יונג שטייט אויס א מאקסימום פון לעבנסלענגליכע טורמע ביי זיין אורטיילונג פראצעס אפאר טעג ארום.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל