וואשינגטאן – א פריוואטער אויספארשער זאגט אז ער האט געטראפן באווייזן אז דער געוועזענער דעמאקראטישער פארטיי איינגעשטעלטער, סעט ריטש, איז געווען דער וואס האט ארויסגעליעקט צענדליגער טויזנטער אימעילס פון די פארטיי הויפטקווארטירן צו וויקיליעקס. ריטש איז געפונען געווארן מיסטעריעז דערמארדעט פאריגן יולי, וואס פילע האבן גלייך אנגעלייגט די שולד אז מעגליך האט די דעמאקראטישע פארטיי געשיקט שלוחים אומצוברענגען ריטש, וויבאלד ער האט ארויסגעגעבן די טויזנטער אימעילס. יעצט זאגט א פריוואטער אויספארשער אז ער האט געטראפן געוויסע אימעיל באווייזן אז ריטש איז געווען אין פארבינדונג מיט וויקיליעקס איינגעשטעלטע, און מעגליך אז וועגן דעם האט ער באצאלט מיט זיין לעבן. דעמאקראטן האבן אפיציעל נישט רעאגירט צו די נייעס, אבער געוויסע האבן שפעקולירט אז ס'איז מעגליך אז ריטש האט געוואלט אפשטעלן זיין קאאפעראציע מיט וויקיליעקס און ארויסקומען דערציילן אז רוסלאנד פרובירט צו באאיינפלוסן די וואלן, וואס דעריבער האט די רוסישע רעגירונג פארארדענט אז ער זאל אומגעברענגט ווערן.

בילד: דעמאָקראַטישער באַאַמטער דערמאָרדעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל