ניו יארק – היינט וועט באפרייט ווערן פון טורמע א פארשוין וועלכער האט טעראריזירט ניו יארק און אנדערע אמעריקאנער שטעט, נאכדעם וואס געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא האט געשניטן זיין טורמע טערמין

 די רעדע איז פון אסקאר לאפּעז ריווערא (Oscar Lopez Rivera), וועלכער איז געווען א מיטגליד פון די "עף-עי-על-ען" ראדיקאלע גרופע מיט יארן צוריק, וועלכע האט געזוכט אפצורייסן פארטא ריקא פון די פאראייניגטע שטאטן און עס דערקלערן אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד. ריווערא און זיינע קאלעגע ראדיקאלע פארשוינען האבן געזוכט צו באקומען זייער וואונטש דורכ'ן טעראריזירן אמעריקאנער שטעט, דורכפירנדיג מער ווי הונדערט באמבארדירונגען בלויז אין ניו יארק אליינס אין לויף פון די 970'ער יארן, בעפאר די אמעריקאנער רעגירונג האט באוויזן אראפצוקלאפן די גרופע און ארעסטירן פילע מיטגלידער.

ריווערא'ס טורמע טערמין האט זיך געזאלט ענדיגן ערשט אין 051', אבער אבאמא האט עס געשניטן און ער וועט היינט באפרייט ווערן.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל