ניו יארק – די אמעריקאנער קאוסט גארד האט נעכטן אונטערגענומען אן אינטענסיווע זוך אקציע אין די וואסערן נעבן די באהאמעס אינזלען, נאכדעם וואס א קליינער פליגער איז פארשוואונדן געווארן העכערן וואסער, בשעת'ן פליען פונקט העכער'ן ארט וואס איז באקאנט אלס דער "בערמיודא דריי-עק", וואס דאס וואסער דארטן שלינגט אריין סיי וועלכע שטיק מעטאל עס פארט העכער דעם.

דער קליינער פליגער האט געטראגן א פאמיליע פון 4 מיטגלידער, אריינגערעכנט איינער פון ניו העמפשיר און דריי פון ניו יארק, און עס איז פארשוואונדן געווארן ארום 2 אזייגער מאנטאג נאכמיטאג. קאוסט גארד זוכער האבן נעכטן שפעט נאכמיטאג געטראפן שטיקער ברוכווארג אינעם וואסער, בערך פופצן מייל פונעם באהאמעס אינזל עליוטערא, אבער דערווייל איז נישט קלאר צי עס איז טאקע פון דעם פארשוואונדענעם פליגער. צייכענעס פון די קערפער פון די 4 פארשוואונדענע האט מען דערווייל נישט געטראפן.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל