סיאטעל – פעדעראלע ריכטער אין סיאטעל האבן אנגעהויבן דעבאטירן טראמפ'ס צווייטע ווערסיע עקזעקוטיוו ארדער איבער פליטים און אימיגראנטן.

די ריכטער האבן אויסגעזען צו זיין מער גענייגט קעגן דעם עקזעקוטיוו ארדער, אויספרעגנדיג גאר שארף די לויערס פון דער טראמפ אדמיניסטראציע. די ריכטער האבן אויפגעברענגט פארשידענע קאמענטארן וואס טראמפ האט געזאגט אין לויף פונעם קאמפיין, אז ער וויל איינשטעלן א פארבאט קעגן מוסולמענער, און די ריכטער האבן געפרעגט די לויערס צי דאס מיינט נישט אז דער עקזעקוטיוו ארדער איז קלאר רעליגיעזע דיסקרימינאציע. די טראמפ לויערס האבן אבער צוריקגע'טענה'ט אז דער פרעזידענט האט די מאכט אונטערצושרייבן אזא סארט עקזעקוטיוו ארדער, וויבאלד עס איז א נאציאנאלע זיכערהייט אישו.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל