ניו יארק – פאליציי קאמישאנער דזשעימס אניעל האט פארשפראכן צו באשטראפן פאליצייאישע סופערווייזערס וועלכע שטעלן ארויף טיקעט קוואטעס אויף זייערע אפיצירן, אז די אפיצירן מוזן אריינברענגען א מינימום צאל טראפיק טיקעטס יעדן מאנאט אדער יאר. אניעל האט געזאגט אז די פאליציי אגענטור באנוצט זיך נישט מיט קיין קוואטעס וויפיל טיקעטס זיי דארפן אויסטיילן, און זי וועט דאס אויף ווייטער אויך נישט נוצן, און די אויבערהארן וועלכע נוצן עס, אדער וועלן עס ארויפשטעלן אלס א פארלאנג פון זייערע אפיצירן אדער באלוינען אפיצירן וועלכע טיילן אויס אסאך טיקעטס, וועלן דיסציפלינירט ווערן.

אניעל האט אויך געזאגט אז ער וועט באשטראפן די סופערווייזער וועלכע באשטראפן זייערע אפיצירן וועלכע קומען נישט נאך זייער קוואטע פארלאנג, אדער די וואס סטראשען נקמה צו נעמען קעגן אפיצירן וועלכע באריכטן אז ס'הערשט א קוואטע סיסטעם אין זייער פריסינקט.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל