קאליפארניע – א לענגערער אינטערעסאנטער אנאליז, וועלכע איז פובליצירט געווארן צוויי טעג צוריק אינעם "ניו יארק טיימס", אנאליזירט אן אינטערעסאנטן פענאמען וואס האט זיך געשאפן אין אמעריקע, אז היים אייגנטימער האבן אויפגעהערט זוכן נייע גליקן, און אויב זענען זיי פינאנציעל מסודר מיט זייער היים וועלן זיי פארבלייבן לענגער אינעם היים און נישט פרובירן צו קויפן א שענערע אדער א גרעסערע.

דער פענאמען איז, לויט'ן טיימס אנאליז, א דירעקטער רעזולטאט פונעם פינאנציעלן קראך אין יאר 08', ווען מארטגעדזשעס זענען געווארן שווערער צו באקומען און פילע היים אייגנטימער האבן פארלוירן זייערע דזשאבס אדער האבן געזען זייערע געהעלטער געשניטן ווערן צו העלפט, און די סטאטיסטיקס צייגן דאס אויך זייער קלאר, ווען בעפאר 08' איז דער דורכשניטליכער טערמין ווילאנג אן אמעריקאנער היים אייגנטימער איז געבליבן אינעם זעלבן הויז געווען בלויז דריי און א האלב יאר, און סטאטיסטיקס פון פאראיאר צייגט אז דאס איז דראמאטיש געשטיגן צו אכט און א האלב יאר.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל