דער ניי-ערוויילטער פּרעזידענט פון דרום קארעא מאן דשי-אן - וועלכער איז באַקאַנט מיט זיין מעסיגע צוגאַנג איבער די קאָנפליקט - האָט אין אַ רעדע איבער די קאָנפליקט מיט צפון געוואָרנט אַז עס האַלט גאָר נאָנט אַז אַ קריג צווישן די צוויי לענדער זאָלן אויסברעכן, אין ליכט פון די אָנגייענדע מיסיל פּראָבעס און פּראָוואָקאַציעס וועלכע די רעזשים פירט דורך, און וועלכע באַדראָעט זיין לאנד.

ער האָט אָבער צוגעלייגט אַז ער איז שטאַרק אינטרעסירט אין האָבן אַ דיאַלאָג מיט די שכנים, און אַז ער זוכט צו אָפּהאַלטן געשפרעכן צו ענדיגן די קריג וועלכע ציהט זיך שוין איבער 50 יאר. אָבער ער האָט צוגעלייגט אַז צו דעם פעלט זיך אויס אַז צפון קאָרעאַ זאָל אויפהערן מיט זייערע טעגליכע פּראָוואָקאַציעס און צייגן וויליגקייט און גרייטקייט צו נאָרמאַליזירן די באַציאונגען.

די באַמערקונגען קומען אַ טאָג נאָכדעם וואָס נאָרט קאָרעאַ האָט דעם זונטאָג דורכגעפירט איינע פון די שעדליכסטע מיסיל פּראָבעס ביז היינט, און האָט באַוויזן צו סוקסעספול אַרויסשיסן אַ באַליסטישע מיסיל וועלכע קען טראָגן אַ גרויסע נוקלעאַרע שפיץ, און קען פליען צו אַנדערע קאָנטינענטען. אַ פּראָבע וועלכע איז איינשטימיג פאַרדאַמט געוואָרן אין די זיכערהייטס קאנסיל מיט די שטיצע פון כינע און רוסלאַנד.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל