די סאָודישע רעגירונג האָט אַרויסגעגעבן מער דעטאַלן איבער די בעפאָרשטייענדע באַזוך פון פּרעזידענט טראָמפּ. די ערשטע אָפיציעלע אויסלענדישע באַזוך וואָס דער פּרעזידענט האַלט אָפּ, אַ באַזוך וועלכע איז געצילט צו פאַרשטאַרקערן די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און די לענדער אינעם אַראַבישן גאָלף, נאָכדעם וואָס זיי זענען געוואָרן גאָר אָפּגעשוואַכט אונטער פּרעזידענט אָבאַמאַ.

דער פּרעזידענט וועט לאַנדען אין ריאַד דעם שבת מאי 20 אויף אַ צוויי טאָגיקע באַזוך אינעם קעניגרייך, און פון דאָרט וועט ער פליען אַ קורצע שטרעקע ביז מדינת ישראל. אָבער ביידע לענדער לייגן גרויסע האָפענונגען אויף די קורצע באַזוך, הויפטזעכליך אויף אַ וויכטיגע סאָמיט אינעם לעצטן טאָג פונעם באַזוך, וואָס וועט צוזאַמברענגען גייסטליכע און פּאָליטישע פירער פון פאַרשידענע אַראַבישע און מוסלעמענער לענדער, וועלכע וועלן באַהאנדלן אַ סטראַטעגיע וויאַזוי צו באַקעמפן עקסטרעמיזם און טעראָר.

אינעם ערשטן טאָג וועט אָפּגעהאלטן ווערן אַ באַגעגעניש צווישן דעם פרעזידענט און דעם קעניג און די רעגירונג אין וועלכע ביידע לענדער וועלן אונטערשרייבן אויף אַ רייע פון אָפּמאַכן וועלכע וועלן פאַרשטאַרקערן די קאַאָפּעראַציע סיי עקאָנאָמיש און סיי מיליטעריש. אַ טאָג דערנאָך, וועט אָפּגעהאַלטן ווערן אַ ענליכע סאָמיט מיט פאָרשטייער פון אַלע גאָלף לענדער.

עס איז ערוואַרטעט אַז ביי די סאָמיט פון די גאָלף לענדער וועט דער פּרעזידענט פּראָבירן צו אויסהאַמערן אַ היסטאָרישע אָפּמאַך איבער ״נאָרמאַליזאַציע״ פון זייערע באַציאונגען מיט מדינת ישראל; אַ אפּמאַך איבער וועלכע מיר האָבן נעכטן באַריכטעט. ער האָפט דאָס צו ברענגען קיין מדינת ישראל מיט׳ן ציהל צו אויפלעבן די שלום פּראָצעדור.

אינעם לעצטן טאָג פון די באַזוך, וועט דער פרעזידעט אויפטרעטן פאַר אַ פאַרזאַמלונג פון הונדערטער גייסטליכע מוסלעמענער פירער אין וועלכע עס וועט געהערט ווערן אַ געמיינזאַמע רוף צו באַקעמפן טעראָר און צו אַרויסהייבן די מוסלעמענער קעגנערשאַפט צו די עקסטרעמיסטן וועלכע זייען אָן טעראָר.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל