.
דער הויפּט דיטעקטיוו פון די ניו יאָרקער פּאָליציי ראַבערט בויס זאָגט אַז די אויספאָרשונג איבער די שוידערליכע שריפה וועלכע האָט פאַרניכטעט דעם היסטאָרישן ״בית המדרש הגדול״ אין די איסט סייד פון מאַנהעטן, צייגט אַז עס איז בייזווייליג אונטערגעצינדן געוואָרן פון אינעווייניג.

פּאָליציי האָט דערווייל אַרעסטירט אַ 14 יעריגער היספאַנישער יוגנטליכער פון אַ דערנעבנדיגע שולע, וועלכער איז געזען געוואָרן אַנטלויפן פונעם בית המדרש עטליכע שטונדן פריער מיט צוויי פריינד. די אַנדערע צוויי פריינט ווערן געזוכט דערווייל.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל