צום צווייטן מאָל דאָס יאָר האָבן וואַנדאַלן ווידער פאַרשוועכט און וואַנדאַליזירט אַ אידישער בית החיים אין פילאַדעלפיע, דאָסמאָל אין דעם בית החיים ״עדת ישורון״. באַזוכער וועלכע זענען אָנגעקומען היינט אינדערפרי זענען שאָקירט געוואָרן צו אַנטפלעקן אַז 5 מציבות זענען געוואָרן אַראָפּגעוואָרפן און צוקלאַפּט אין אַ קענטליכע האַסן אַטאַקע. די פּאָליציי האָט באַשעטיגט אַז די מציבות זענען בייזוויליג אַראָפגעקלאַפּט געוואָרן.

די זעלבע בית החיים איז אויסגעשטאַנען אַן אַטאַקע מיט צוויי יאָר צוריק ווען איבער הונדערט מציבות זענען אומגעוואָרפן געוואָרן, און מיט עטליכע מאָנאַטן צוריק איז אַן אַנדערע בית עולם אין פילאַדעלפיע געווען די ציל פון אַ וויסטע אַנטיסעמיטישע אַטאַקע.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל