מאן זשא-אין
פראנט ראנער אין די בעפארשטייענדע פרעזידעטליכע וואלן אין סאוט קארעא האט געלאזט הערן א גאר שארפע סטעיטמענט קעגן אמעריקע, טראץ דעם וואס דאס לאנד איז שטארק אנגעוויזן אין אמעריקאנער הילף און שוץ, זאגנדיג אז ער איז באזארגט אז אמעריקע זוכט צו באאיינפלוסן די דעמאקראטישע פראצעדור אין סאוט קארעא, דורכדעם וואס זיי האבן צוגעאיילט די אקטיווירונג פון א מאסיווע מיסיל שוץ סיסטעם צו וועלכע דער ווארשיינליכער קומענדיגער פרעזידענט האט אויסגעדריקט קעגנערשאפט.

מאן זשא-אין (Moon Jae-in) איז א ליבעראלער קאנדידאט וועלכער שטיצט שלום געשפרעכן און א מער פראגרעסיווע צוגאנג צו די קאנפליקט מיט צפון קארעא. ער האט א אנדערע בליק ווי פרעזידענט טראמפ איבער דעם קאנפליקט. פילע אין סאוט קארעא האבן געזען מיט א קרום אויג דאס וואס אמעריקע האט זיך געאיילט צו שליסן א אפמאך מיט די יעצטיגע אדמיניסטראציע פון פרעזידענט פארקס וואס ווערט געזען אלס קארופטירט און א געריכט האט איר געצווינגען צו אפטרעטן פון בענקל באלד נאך די וואלן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל