קרעמלין: פוטין וועט היינט רעדן מיט טראמפ טעלעפאניש


רוסישע פרעזידענט ווילאדימיר פוטין און אמעריקאנע פרעזידענט דאנעלד טראמפ האלטן היינט אפ א טעלעפאנישע געשפרעך, האט דעמיטרי פעסקאוו, די קרעמלין ווארטזאגער געמאלדן.

די ווייסע הויז האט נעכטן מאנטאג ביינאכט געזאגט אז די טעלעפאנישע געשפרעך וועט פארקומען היינט 12:30 נאכמיטאג.

עס איז די ערשטע מאל די צוויי וועלן רעדן נאכדעם וואס אמעריקא האט באמבאדירט א לופטפעלד אין סיריע און רוסלאנד האט שטארק געברויזט.

די צוויי וועלן ווארשיינליך רעדן ארום די ציווילע קריג אין סיריע, וואס אמעריקע און רוסלאנד האבן אנדערע שטעלונגען.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל