קארטער פעידזש


קארטער פעידזש, א געוועזענע טראמפ קאמפיין ראטגעבער, האט נעכטן געזאגט פאר פאקס ניוז אז ער קאפערירט מיט די סענאט אינטעלעזשענס קאמיטע אויספארשונג אויף טראמפ קאמפיין פארבינדונג מיט רוסלאנד.

די אומבאשטעטיגטע באריכט פון 'לשון הרע'ס' אויף טראמפ און זיין קאמפיין, וואס איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך א געוועזענע בריטישע שפיענאזש אפיציר, אינדענטעפעצירט פעידזש אלץ די מענטש אין די טראמפ קאמפיין וואס האט געהאט דירעקטע פארבינדונגען צו די רוסישע שפיאנאזש געמיינדע, פעידזש האט אין די אינטערוויו אפגעלייקענט די באשולדיגונג און געזאגט אז ער זוכט גאר שטארק צו העלפן די אויספארשונג.

זינט די פארלאפענע יולי, פירט די עף בי איי א קאנטער שפיאנאזש אויספארשונג אויף די אריינמישונג פון רוסלאנד אין די אמעריקאנע וואלן און מעגליכע פארבינדונגען מיט די טראמפ קאמפיין, אזוי אויך פירט סענאט און קאנגרעס אויך אויספארשונגען. דעמאקראטן האבן פארלאנגט א זעלבסשטענדיגע אויספארשונג, זאגענדיג אז די קאנגרעס אויספארשונג ווערט געשטערט דורך פאליטישע אריינמישונג פון די ווייסע הויז.

עטליכע טראמפ געהילפן זענען פארמישט אין די קאנטערווערסיע. טראמפ'ס ערשטע נאציענאלע זיכערהייט ראטגעבער מייקל פלין, וועלעכע איז אויפגעזאגט געווארן נאך א אויפדעקונג אז ער האט פארפירט די טראמפ אדמיניסטראציע איבער א שמועס וואס ער האט געהאט מיט די רוסישע אמבאסאדאר. הויפט פראקואר דזשעף סעשאָנס איז אויך געכאפט געווארן פארדעקן אז ער האט געהאט פארבינדונגען מיט רוסלאנדס אמבאסאדאר. די טראמפ קאמפיינ'ס ערשטע פירער פאול מענעפארט ווערט באשולדיגט מיט פארבינדונגען צו רוסלאנד.

טראמפ לייקענט נאך אלץ סיי וועלעכע פארבינדונגען מיט רוסלאנד, עס רופענדיג א פאלשע פאליטישע קאנספעראציע.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל