ניו יארק גרייט זיך צו ערשטע באזוך פון פרעזידענט טראמפ


די אויטאריטעטן אין ניו יארק גרייטן זיך שטארק צו די ערשטע באזוך פון טראמפ אלס פרעזידענט אין זיין היימשטאט ניו יארק, א זאך וואס קען ברענגען מאסן פראטעסטן און זיכערהייטס פראבלעמען, און די פאליציי איז באזארגט אז די ווילדע אנארכיזם וואס האט געהערשט ארום די טראמפ טורעם אין די פעריאדע צווישן זיין געווינס ביז זיין איינשווערונג קען זיך איבערשפילן.

טראמפ וועט אנקומען קיין ניו יארק דאנערשטאג, ווי ער וועט אפהאלטן א סאמיט מיט׳ן אויסטראלישער פרעמיער מיניסטער אין די מיליטערישע אינטרעפיד מוזעאום, און עס איז ערווארטעט פולע פראטעסטן ארום. די פאליציי טוט נישט ארויסגעבן די פונקטליכע סקעדשועל פונעם פרעזידענט און די ליסטע פון געפלאנטע פראטעסטן, אין א פרואוו צו פארלייכטערן די זיכערהייטס פראבלעמען וואס קען זיך שאפן, און די שווערע אפעראציע צו באוואכן דעם פרעזידענט אין א סיטי ווי ער איז גאר אומפאפולער.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל