נאסאראלא באדט זיך אין קעש

די לאבאנעזע טעראר גרופע חיזעבאללא איז לויט אסאך באריכטן ביי די שוועל פון פינאנציעלע צוזאמפאל, צוליב איר פארשטערקערטע ראלע אין סיריע ווי זיי קעמפן פאר די אסאד רעגירונג און צוליב פארשטערקערטע אמעריקאנע סאנקציעס אויף זייערע פינאנציעלע שטיצער, אבער די טעראר הויפטן פאקן נאך אריין אסאך געלט אין טאש.

לויט א באריכט פרייטאג אין די דייטשע צייטונג 'די וועלט', האט חיזעבאלא'ס שווערע פינאנציעלע לאגע זיי געפירט זיך מער און מער צו באנוצן מיט נידערטרעכטיגע וועגן צו שאפן קעש, ווי ארויסצווינגן געלט, גניבות און אומלעגאלע געווירצן שוועצערייע. אזוי אויך פון גאר אסאך שטחים וואס זענען אין זייער באזיץ.

טראץ א ביליאן דאלער אין פינאנציעלע הילף וואס חיזעבאללא באקומט יערליך פון איר הויפט שטיצער איראן, לויט די ישראל'ישע שפיאנאזש באריכטן, וועלעכע דארף צו דעקן ארום זיבעציג פראצענט פון די טעראר גרופע'ס אויסגאבן, די הויכע קאסט פון אירע מיליטערישע אקציעס אין סיריע אן באקומען מער געלט פאר דעם פון איראן, טוט צווינגן די גרופע ארויסצוצווינגען געלט נישט נאר פון אירע 'שטיצער' אין לבנון נאר אויך פון לאבענעזע וואס וואוינען אין פארשידענע לענדער ארום די וועלט, אריינגערעכנט אייראפע און אמעריקא, לויט די באריכט, 

די 'בלעיקמעיל' האט לויט באריכטן געפירט צו א שטרייט צווישן די שאיטישע מוסלעמענע איינוואוינער פון לבנון און די טעראר גרופע, נאכדעם וואס די איינוואוינער זענען געצווינגען געווארן צו פארקויפן זייערע האב און גוטס און זייערע הייזער און פעלדער, צו באצאלן פאר די טעראר גרופע און אירע אויסגאבן.

אין די געגנטער אין מזרח און מעריב לבנון וואס זענען אונטער די טעראר גרופעס קאנטראל, האט די טעראר גרופע אויך אנגעהויבן איינמאנען שטייערען ביי דיגרעניצן מיט סיריע און מיט די לאבאנעזע רעגירונג טערעטאריעס, לויט 'די וועלט'.

טראץ זייער שווערע פינאנציעלע צושטאנד האט חיזעבאללא נישט געשניטן אויסגאבן פון איר גרויסע סאציאלע בענעפיטן פראגראם, אונטער וואס זיי שטיצן פינאנציעל טויזענטער שאיטישע פאמיליעס אין לבנון, אזויאויך האבן זיי נישט געשניטן די באצאלונגען וואס זיי צאלן פאר פאמיליעס פון פארשטארבענע און פארוואונדעטע חיזעבאללא קעמפער, זיי פארכטן פון די ריזיקע אויפצורעגן די שאיטישע געמיינדע וועלעכע איז די באזיס און שטיצע פון די גרופע.

די וועלט באריכטעט אויך אז די טעראר גרופע פירער נוצן די געלט וואס קומט אריין אין זייער גרופע פאר זייער אייגענע בארייכונג טראץ די שווערע פינאנציעלע צושטאנד פון די גרופע אין אלגעמיין, אריינגערעכנט זייער הויפט פירער חאסאן נסאראללא'ס זון וואס האט גענומען געלט פון די גרופע אויפצושטעלן א נעץ פון קאפע הייזער אין ביירוט, אין צוגאב איז חאסאן נסראללא אליין ווערט א געשאצטע 250 מיליאן דאלער, לויט די באריכט.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל