טראמפ'ס רויטע ליניע אויף צפון קאריע
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן מאנטאג געגעבן א אינטערוויו אויף די 'פאקס ניוז ספעציאליסטן' פראגראם, ווי ער האט געזאגט אז צפון קאריע איז זיין הויפט זארג אין אויסערן פאליטיק. ער האט אבער נישט געוואלט זאגן וואס עס וועט זיין ביי אים די רויטע ליניע וואס צפון טאר נישט דורכגיין אהן מיליטערישע רעאקציע.

"איך האב נישט ליב קיין רויטע ליניעס אבער איך וועל נעמען שריט אויב איך דארף נעמען שריט", האט ער געזאגט פאר עריק באלינג.

אזוי אויך האט די פרעזידענט געזאגט אז "קיינער איז נישט באשיצט" פון די צפון קאריע געפאר, וואס האט נוקלעארע וואפנס און ארבעט פעסט אויף א מיסעל פראגראם צו שאפן א מיסעל וואס קען גרייכן די אמעריקאנע בארטענעס.

"מיר האבן 28,000 פּערסאַנעל אויף די פראנט ליניע דארט ביים גרעניץ" זאגט די פרעזידענט, "אויב שאפן זיי לאנג שטרעקיגע מיסעלס, זענען מיר אויך נישט באשיצט."

דאָך האט טראמפ געשוויגן איבער וואס ער וועט טוהן אפצושטעלן די געפאר פון צפון קאריע'ס נוקלעארע וואפענס. אויך אויף וואספארא שריט פון צפון וועט עם ברענגען צו נוצן מיליטערישע מאכט.

"איך בין נישט ווי פרעזידענט אבאמא וואס האט געמאכט א רויטע ליניע, א רויטע ליניע אין די זאמד, און דאן האבן אסאך זאכן פאסירט און ער איז קיינמאל נישט אריבער די רויטע ליניע. איך האב גענומען שריט אויף די רויטע ליניע אנשטאט עם."

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל