צפון קארעא זאגט אז אמעריקאנע פליגער שטופן איר צו נוקלעארע קריג


צפון קאריע האט היינט באשולדיגט אמעריקא אז זי שטופט אריין די קארעא אינזל צו א נוקלעארע קריג, נאכדעם וואס אמעריקאנע באמבאדיר פליגער זענען די וואך געפלויגן ארום צפון קאריע אינאיינעם מיט דרום קאריע און יאפאנעזע באמבאדיר פליגער. די פליגער זענען דארט געפלויגן ביי געמיינזאמע טרענירונגען צו דערשרעקן צפון'ס פירערשאפט און ווייזן שטארקייט.

די צוויי 'סופערסאניק' (וואס פליען שנעלער ווי קול) B-1B באמבאדיר פליגער זענען אהינגעשיקט געווארן אין די צייט פון אנגעצויגענע געמיטער איבער צפון'ס אגרעסיווע נוקלעארע פראגראם, און פארגעשריטענע מיסעל דעוועלאפמענט פראגראמען, וואס ביידע זענען אין פארבאט פון יו ען רעזעלוציעס, און זענען א שפיז אין די אויגן פון די אמעריקאנע דרוק און סאנקציעס.

די פליגער זענען דארט געפלויגן נעכטן מאנטאג אין די זעלבע צייט וואס פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט געזאגט אז ער וואלט עס געזען פאר א 'כבוד' זיך צו טרעפן מיט די צפון קאריע דיקטאטור קים יונג און אונטער די ריכטיגע אומשטענדן. די סי איי עי דירעקטאר מייק פאמפעיא איז אויך אנגעקומען די זעלבע טאג קיין דרום קאריע פאר געשפרעכן.

צפון קאריע האט אין איר אפציעלע נייעס אנגענטור באשולדיגט אז "די טרענירונגען האבן אויפגעשפילט וויאזוי צו ווארפן א נוקלעארע באמבע אויף גרעסערע שטחים" און עס איז אין די זעלבע צייט וואס "טראמפ און אנדערע מלחמה-אנזייערס אין די פאראייניגטע שטאטן זוכן צו ווארפן א נוקלעארע באמבע אויף אונזער לאנד. די אחריות'לאזע מיליטערישע אקציעס שטופן די קאריע אינזל נענטער צו א נוקלעארע קריג".

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל