לאמיר יא רעדן דערפון!


עמאציאנאלע דיסארדערס; קען מען היילן בעז"ה!

"א פארוואונדעטן נפש, היילט מען נישט מיט קיין BAND-AID..."


די גוטע נייעס איז, אז דער רופא כל בשר ומפליא לעשות האט אויך צוגעשטעלט רפואות און היילונג-מיטלען פאר די חולי הנפש, און מיט'ן באשעפער'ס הילף איז דא גאר גוטע שאנסן אז מיט'ן באהאנדלען ריכטיג די מחלות זאלן די באטרעפענדע קענען ארויסקריכן דערפון און אנגיין ווייטער מיט א נארמאלן לעבנ'ס-שטייגער.

טראצדעם וואס דער פעלד פון רפואות פאר מענטל-העלט איז פיל יונגער ווי די פעלד פון רפואות פאר פיזישע קרענק, איז אבער שוין היינט דא גאר אסאך הילף דערפאר, און ווי שטודיעס צייגן קענען רוב מענטשן גענצליך געהיילט ווערן, אויב זיי באקומען די ריכטיגע הילף.

דער ציל פון אונזער קאמפיין איז צו טוישן דעם קולטור פון מענטל-העלט ביים היימישן ציבור, כדי די וועלכע מוטשען זיך מיט עמאציאנאלע שוועריקייטן זאלן באקומען די הילף וועלכע זיי דארפן און פארדינען.

די ערשטע זאך וואס מיר קענען טון איז: טוישן אונזער מהלך המחשבה, און רעדן דערפון! עס דארף פאסירן אן אויפוואכונג איבער די באהאלטענע יסורים וואס זענען א טייל פונעם לעבן ביי פילע אידן, מען זאל עס נישט אראפקוקן, נעמען הילף ווען עס פעלט אויס, און אנערקענען אז דער פראבלעם איז דא, און איז נארמאל!

Mental Challenge, Accepted!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל