אויפשטיין!


וואשינגטאן – די פעדעראלע צענזוס ביורא האט פארעפנטליכט אינטערעסאנטע ציפערן וואס צייגן ווען אמעריקאנער בירגער אין דורכשניט שטייען אויף יעדן טאג.

ס'זענען זיכער דא פילע וועלכע שטייען אויף אסאך פריער, נאר דאס איז א דורכשניט פון יעדער געגנט, ווען די מערהייט פון די איינוואוינער אין דער ספעציפישער געגנט שטייט אויף. די ציפערן צייגן אז די איינוואוינער אין היינסוויל, דזשארדזשיע זענען די פריעסטע, זיי שטייען אויף יעדן טאג 7:01 אינדערפרי; פּאסקאגולא, מיסיסיפי איז נומער צוויי, ווען די איינוואוינער שטייען אויף דארטן 7:06 אינדערפרי, און דזשעקסאנוויל, נארט קאראליינע איז נומער דריי, ווען די איינוואוינער דארטן שטייען אויף 7:14 יעדן אינדערפרי. ניו יארק סיטי איז די שפעטסטע ווען דער דורכשניטליכער איינוואוינער שטייט ערשט אויף 8:24 אינדערפרי.

מען דארף אבער ארייננעמען א וויכטיגע זאך אין חשבון, אז די צענזוס באאמטע האבן דאס אויסגערעכנט דורכ'ן באטראכטן וויפיל אזייגער דער דורכשניטליכער ארבעטער אין יעדער ספעציפישער סיטי קומט אן צו דער ארבעט, וואס דעריבער זענען די איינוואוינער פון ניו יארק סיטי און אנדערע גרויסע שטעט די שפעטסטע אויף דער ליסטע, ווייל פאר זיי אנצוקומען צו דער ארבעט, מיט דער שווערער טראפיק, דויערט פיל לענגער ווי פאר די איינוואוינער אין די רואיגע קליינע שטעט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל