ענערגיע געטראנק


וואשינגטאן – א נייע שטודיע וואס איז פארעפנטליכט געווארן אינעם "אמעריקען הארץ אסאסיעשאן" זשורנאל באשטעטיגט דאס וואס דאקטוירים און עקספערטן האבן ביז יעצט שוין אויך געווארנט, אז דאס טרינקען די "ענערגיע געטראנקען", וועלכע זענען היינט גאר פאפולער אויפ'ן מארקעט, קומט מיט פאטענציעלע ערנסטע געזונטהייט ריזיקעס.

היינט צוטאגס קען מען קויפן מער ווי 500 סארט ענערגיע געטראנקען, און די אלע געטראנקען קומען מיט א צוזאג אז עס גיט א פרישע כוואליע פון ענערגיע נאכדעם וואס מ'טרינקט עס, אבער ווען מען קוקט אויף די באשטאנדטיילן פון די געטראנקען, קען מען נאר אויסלייענען "קעפין", ווייל די איבריגע זאכן זענען אומבאקאנט און ס'איז אומקלאר זייערע אפעקטן.

די נייע שטודיע האט גענומען 16 געזונטע מענער און פרויען און זיי צעטיילט אין 2 גרופעס, געבנדיג פאר איין גרופע צו טרינקען 4 גלעזלעך קאווע (די מאקסימום וואס ס'איז געזונט פאר'ן מענטש) און פאר דער צווייטער גרופע איין ענערגיע געטראנק. ארויסגעשטעלט האט זיך אז די הארץ ראטעס און בלוט דרוק פון די וועלכע האבן געטרינקען דעם ענערגיע געטראנק זענען געווען גאר הויך און שנעל, נאענט צו געפארפולע שטאפלען.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל