ענדרו קאומא


אלבאני – ניו יארק סטעיט גאווערנאר, ענדרו קאומא, האט זיך געגרויסט מיט ציפערן אין א פרישן באריכט וואס זיין אדמיניסטראציע האט ארויסגעגעבן, זאגנדיג אז דאס אקצעפטירן צו זיין מער ענווייראמענטאל-פריינטליך, האט געברענגט דערצו אז די סטעיט רעגירונג זאל שניידן אירע אויסגאבן און דורכדעם שפארן געלט פאר די שטייערצאלער.

קאומא'ס פרישער באריכט צייגט אז זינט יאר 11' האט די סטעיט רעגירונג זיך געשפארט צוואנציג מיליאן דאלער אלס רעזולטאט פון פאליסיס וואס זענען דאן איינגעשטעלט געווארן אין אלע סטעיט רעגירונג אפיסעס צו שניידן די צאל קאפּיע-פאפיר וואס ווערט גענוצט, און דורכ'ן ארויסשטעלן נייע רעגולאציעס אז ברוכווארג פון מאטעריאל ביי סטעיט קאנסטרוקציע ערטער זאלן ווערן צוזאמגענומען און רעסייקלט, נישט בלויז אוועקגעווארפן אין מיסט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל