פאליציי און פארנט פון די טראמפ טורעם


מאנהעטן – אינעם פעדעראלן בודזשעט אפמאך, וועלכע איז נעכטן אויסגעהאמערט געווארן צווישן די רעפובליקאנער און דעמאקראטן, איז אויך אריינגעשטעלט געווארן די סומע פון 68 מיליאן דאלער וואס די פעדעראלע רעגירונג וועט געבן פאר ניו יארק סיטי, צו באצאלן פאר די געלטער וואס האט אפגעקאסט פאר דער סיטי צו באשיצן דאנעלד טראמפ און זיין פאמיליע אין לויף פונעם טראנזישאן פון ווען טראמפ האט געווינען די וואלן ביז זיין איינשווערונג יאנואר 20.

ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא און אנדערע ניו יארקער פאליטישאנס האבן באגריסט דעם שריט, קומענדיג נאכדעם וואס זיי האבן קאמפיינט און פארפירט אז די פעדעראלע רעגירונג מוז באצאלן די זיכערהייט קאסטן, און די גרעסטע פארציע פון די 68 מיליאן דאלער וועט גיין דירעקט צו דער קאסע פון די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט.

דעבלאזיא זאגט אז די סיטי גיט נאך אלץ אויס 146 טויזנט דאלער טעגליך צו באשיצן פרוי טראמפ און איר קינד, וועלכע וואוינען נאך אין טראמפ טאוער, און דערווייל איז נישט קלאר ווען די סיטי וועט באקומען די איבריגע געלטער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל