די אייפעל טורעם שטארק באוואפענט

וואשינגטאן – דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט נעכטן ארויסגעגעבן א פרישע טראוועל ווארענונג פאר אלע אמעריקאנער בירגער איבער רייזן קיין אייראפע, און די וועלכע געפינען זיך שוין דארטן, צו זיין זייער געווארנט און וואכזאם, צוליב דעם עקזיסטירנדן און אנגייענדיגן געפאר פון טעראר אטאקעס.

אין דער ווארענונג רעכנט אויס די סטעיט דעפארטמענט לעצטערע אטאקעס אין פראנקרייך, רוסלאנד, שוועדן און ענגלאנד, זאגנדיג אז אייסיס און על קאידא האבן געצייגט ווי זיי זענען סוקסעספול אין פלאנירן און אויספירן אטאקעס לענגאויס דעם גאנצן אייראפעאישן פלאנעט, און טוריסטן פלעצער זענען ספעציעל אויסגעשטעלט אלס גרינגע און ווערדפולע צילן פאר די טעראר גרופעס, ספעציפיש שאפינג צענטערן, רעגירונג אפיסעס, האטעלן, רעסטוראנטן, פארקס און לופטפעלדער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל