רעגירונג שיסט ארויף שפיאנאזש סאטעליט


פלארידע – די "ספעיס-עקס" פירמע האט אינאיינעם מיט דער פעדעראלער רעגירונג ארויפגעשאסן נעכטן א העכסט-געהיימע שפיאנאזש סאטעליט צו די הויכע רוימען.

דאס ארויפשיסן דעם סאטעליט איז דורכגעפירט געווארן ביי נאסא'ס "קענעדי ספעיס צענטער" אין פלארידע, און ס'איז געווען דאס ערשטע מאל וואס ספעיס-עקס קאאפערירט דירעקט מיט די רעגירונג'ס "נאציאנאלע שפיאנאזש אפיס", טראץ וואס די פירמע קאאפערירט שוין אויף אנדערע ספעיס פראנטן מיט דער פעדעראלער רעגירונג.

אויסער דעם סוקסעס פון ארויפשיסן דעם שפיאנאזש סאטעליט, וואס די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן ווילן נישט ארויסגעבן צופיל דעטאלן פאר וועלכע צילן דער סאטעליט וועט גענוצט ווערן, איז געווען א סוקסעס דאס וואס טיילן פונעם ראקעט, מיט וועלכע דער סאטעליט איז ארויפגעשאסן געווארן, איז צוריקגעקערט געווארן צו דער ערד גאנצערהייט און וועט קענען נאכאמאל גענוצט ווערן פאר ארויפשיס מיסיעס – וואס דאס איז א הויפט אויפטו פון ספעיס-עקס, אנדערש ווי ביז היינט וואס אלע טיילן פון די ראקעטן ביי ארויפשיס מיסיעס זענען געווארן פארברענט אין די הויכע רוימען, אפקאסטנדיג איבריגע מיליאנען דאלארן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל