וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער איז גרייט צו הייבן די פעדעראלע שטייערן אויף גאזאלין, און די געלטער וואס וועט אריינקומען פון די געהעכערטע שטייערן וועלן גיין אויף צו דעקן זיין איין טריליאן דאלערדיגן אינפראסטרוקטור שפענדונג פלאן.

טראמפ'ס חשק צו העכערן א שטייער קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס זיינע בודזשעט סטראטעגיסטן האבן ארויסגעשטעלט א פלאן איבערצומאכן דעם גאנצן שטייער סיסטעם, וואס נעמט אריין פילע שטייער שניטן און רעדוקציעס, און קיין איין העכערונג, און יעצט זעט מען אז טראמפ איז יא וויליג צו העכערן כאטש איין סארט שטייער – וואס וועט דירעקט אפעקטירן מיליאנען מאטאריסטן איבער'ן לאנד.

יעצט האלט די פעדעראלע גאזאלין טעקס ביי 18.4 צענט פער גאלאן און דאס לעצטע מאל וואס ס'איז געהעכערט געווארן איז געווען אין יאר 993'. אגב: אין ניו יארק צאלן מאטאריסטן, אויסער די 18.4 צענט פעדעראלע שטייער פער גאלאן, א ספעציעלע סטעיט גאזאלין שטייער פון 42.6 צענט פער גאלאן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל