וואשינגטאן – דעמאקראטן האבן נעכטן פארפירט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אין א פרישן אינטערוויו געזאגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס ס'איז געווען א בירגער קריג אין אמעריקע, און נאך צוגעלייגט אז פרעזידענט ענדרו דזשעקסאן וואלט ווען געקענט פארמיידן די בירגער קריג.
ווי נאר די קאמענטארן זענען פובליצירט געווארן, האט מען געהערט פון פילע דעמאקראטישע שווארצע פאליטישאנס איין פשוט'ן ענטפער צו טראמפ'ס פראגע, פארוואס ס'איז געווען א בירגער קריג: "שווארצע קנעכטשאפט". ווייל געוויסע סטעיטס האבן געוואלט אנהאלטן קנעכטשאפט אלס לעגאל, און אנדערע האבן עס געוואלט דערקלערן אלס אומלעגאל.
היסטאריקער האבן אויך אנגעוויזן אז טראמפ דארף בעסער אפלערנען אמעריקע'ס היסטאריע, ווייל ס'האט נישט קיין פשט וואס ער זאגט אז ענדרו דזשעקסאן וואלט געקענט פארמיידן די בירגער קריג, דזשעקסאן איז דאך געשטארבן 16 יאר בעפאר ס'האט אויסגעבראכן דער בירגער קריג, און דערצו איז ער געווען דער אייגנטימער פון 150 שקלאפן בשעת זיין טויט
הוסף רשומת תגובה