באריס סטעקלער

קיעוו – פראקורארן אין אוקראַינע האבן אנגעהויבן א מארד אויספארשונג קעגן א אידישן געוועזענעם סאוועטישן אפיציר, וועלכער ווערט פארדעכטיגט אין אומברענגען אן אוקראַינישן מאן אין יאר 952'.

די רעדע איז פון באריס סטעקלער, וועלכער איז יעצט 94 יאר אלט, און ער ווערט באשולדיגט אז דינענדיג אלס אפיציר פאר דער סאוועטישער ארמיי אין אוקראַינע האט ער אריינגעווארפן א גראנאט אין א בונקער, וואו עטליכע אנטי-סאוויעטישע קעמפער האבן זיך באהאלטן, און איינער פון די קעמפער ביים נאמען ניעל האסעוויטש איז אומגעקומען פונעם גראנאט.

די געשיכטע האט א קאמפליצירטן היסטארישן קאנטעקסט, וויבאלד די אנטי-סאוועטישע קעמפער האבן באלאנגט פאר דער "ארגאניזאציע פון אוקראַינישע נאציאנאליסטן," וועלכע האבן יארן פריער, אין די יארן פונעם צווייטן וועלט קריג, קאלאבארירט צייטווייליג מיט די נאציס ימ"ש און אומגעברענגט אידן – וואס אויב אזוי באדייט עס אז דער אידישער אפיציר סטעקלער האט אומגעברענגט א מיטגליד פון א נאצי-קאלאבארירער באנדע, נאענט צו 10 יאר נאך דער ענדע פונעם קריג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל