מדינת ישראל דערמאנט  זיך פון עוזי משולם הי"ד
עוזי משולם
עוזי משולם

ירושלים – עוזי משולם הי"ד איז געווען א פערזענליכקייט פון תימנ'ער אפשטאם, וועלכער האט לאנגע יארן געפירט א קאמף קעגן דער ציוניסטישער רעגירונג, זיי זאלן ארויסגעבן דעם אמת איבער דער פרשת ילדי תימן, וואס די רעגירונג האט ביז נישט לאנג צוריק געלייקנט און געזאגט אז קיין שום קינדער זענען נישט פארכאפט געווארן פון זייערע עלטערן.

עוזי האט גאר העפטיג געקעמפט און דורכגעפירט פארשידענע פראטעסטן און מארשן אין די ל' יארן.

אום תשנ"ד האט עוזי און זיינע נאכפאלגער זיך באריקאדירט אין זיין היים, וואס האט געפירט אז די פאליציי זאלן אטאקירן די היים, וואו איינער פון עוזי'ס נאכפאלגער איז אומגעקומען, עוזי אליין און 11 אנדערע זענען ארעסטירט געווארן, און עוזי איז ערשט באפרייט געווארן פון טורמע אין תשנ"ט, ווערנדיג שרעקליך געפייניגט אין טורמע און ארויסקומענדיג פון דארטן ביטער קראנק.

יעצט האט זיך די ציוניסטישע רעגירונג דערמאנט פון די עוולות וואס זיי האבן אפגעטאן קעגן עוזי הי"ד, וואס פילע טענה'ן אז ער איז געשטארבן דירעקט צוליב דער קרענק וואס ער האט באקומען ווערנדיג געפייניגט אין טורמע. די יוסטיץ מיניסטארשע, אילת שאקעד, האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז די מדינה אנערקענט אז ס'זענען אפגעטאן געווארן אומרעכטן קעגן עוזי'ן. די פראגע איז נאר ווען זיי וועלן ארויסקומען און אנערקענען אז דער גאנצער עקזיסטענץ פון דער מדינה איז אן אומרעכט און ביטערע מרידה קעגן מלכות שמים.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל