27 פארוואונדעט פון מאסקווער פליגער טורבעלאנץ

מאסקווע – אמווייניגסטנס 27 פאסאזשירן זענען פארוואונדעט געווארן ווען אן "ערא-פלאט" פליגער האט זיך געווארפן פון שרעקליכע קעגנדיגע לופטשטראמען אינמיטן פליען. דער פליגער, וואס איז געווען אויפן וועג פון מאסקווע, רוסלאנד קיין באנקאק, טיילאנד, האט זיך פלוצלינג אנגעשטויסן אין דעם שווערן טורבעלאנץ בשעת'ן פליען העכער מיאנמאר, וואס האט געברענגט אז דער פליגער זאל טראסקען עטליכע הונדערט פיס אין געציילטע סעקונדעס, ארויסווארפנדיג צענדליגער פאסאזשירן פון זייערע זיצן אראפ אויף דער ערד מיט אן אימפעט.

א ווארטזאגער פאר דער לופטליניע זאגט אז די פילאטן האבן געמאכט דעם באשלוס ווייטער צו פארן און ענדיגן די רייזע ביז באנקאק, האבנדיג 318 פאסאזשירן און 14 פלי-מאנשאפט אויפ'ן פליגער. די פּארט אויטאריטעט אין טיילאנד האט שפעטער געזאגט אז 30 פאסאזשירן זענען פארוואונדעט געווארן, וואס 3 פון זיי האבן באקומען באהאנדלונג דורך פאראמעדיקס אין לופטפעלד, און די איבריגע 27 זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל. עטליכע פון די פארוואונדעטע זענען אין אזא שווערן צושטאנד, אז זיי וועלן דארפן דורכגיין אפעראציעס פאר צעבראכענע ביינער און אינערליכע וואונדן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל